"אַ סוכה " / אברהם רייַזען

 מוזיק : ס. גאָלוב

 

אַ סוכה אַ קליינע,

פֿון ברעטעלעך קליינע,

האָב איך קוים מיט צרות געמאַכט,

געדעקט דעם דאַך

מיט אַ ביסעלע סכך

און כ'זיץ אין איר דאָרט סוכות בייַ נאַכט.

 

מיט פאַרזאָרגטן געזיכט

דאָס ערשטע געריכט

עס טראָגט מיר מייַן ווייַב באַלד אַרייַן:

זי שטעלט זיך אַוועק

און זאָגט מיט שרעק:

דער ווינט וואַרפט די סוכה באַלד אייַן!

 

פֿון ווינט דעם קאַלטן,

וואָס בלאָזט דורך די שפּאַלטן

מייַן ליכטעלע לעשן זיך וויל:

דאָך מאַך איך מיר קידוש

און זעט נאָר אַ חידוש ! -

מייַן ליכטל ברענט רואיק און שטיל !....

 

עט, זייַ ניט קיין נאַר

און האָב ניט קיין צער,

עס זאָל דיר דער ווינט ניט טאָן באַנג :

ניט זעלטן זיי קומען,

די ווינטן, און ברומען –

דאָך שטייט אונדזער סוכה שוין לאַנג !

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407757

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©