אין סוכּה / פֿון אַהרן צייטלין
כ׳בין דעמאָלט נאָך געווען אַ ייִנגל,
אַ ליטוואַקל אַ וואַרשעווער, און כ’קען עס נישט פֿאַרגעסן...
אין אַ סוכּהלע, וואָס האָט זיך אָנגעלענט
אָן דער דרויסן־וואַנט פֿון ליפּע דעם מלמדס דירה.
בין איך פֿאַרגאַפֿט געזעסן —
אַ ייִד, אַ חסיד, קעגן איבער —
דער סוד פֿון דער יצירה
האָט סיני׳דיק און שכינהדיק געפֿלאַטערט.
אויף זײַן באָרד און פּאות,
און אויף די אויגן — צוויי קמיעות,
געווען איז ער אין גאַנצן
אַ באַפּאַנצערטער מיט קדושהדיקן גלאַנץ.
און ווען כ’בין פֿאַראָבֿלט אין ניו־יאָרק געזעסן
אין יענע פֿינצטערסטע פֿון פֿינצטערע מעת־לעתן,
בעת מען האָט אויף יענער זײַט געשליידערט ייִדן אין די אויוונס,
פֿלעגט אַהערשווימען צו מיר נישט איין מאָל דאָס געשטאַלט
פֿון יענעם ייִד וואָס איז ווי ס’גאַנצע פֿאָלק זײַנס
געווען נישט יונג, נישט אַלט,
נאָר אייביק.