פּאַרטיזאַנער-הימען

 

ווערטער : הירש גילק

מוזיק : פּאָקראָס

 

זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,

כאָטש הימלען בלייַענע פֿאַרשטעלן בלוי טעג,

קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה :

ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט –

מיר זייַנען דאָ !

 

פֿון גרינעם פּאַלמענלאַנד ביז לאַנד פֿון ווייַסן שניי –

מיר קומען אָן מיט אונדזער פּייַן,

מיט אונדזער וויי :

און ווו געפֿאַלן ס'איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,

שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבורה, אונדזער מוט.

 

ס'וועט די מאָרגנזון באַגילדן אונדז דעם הייַנט,

און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿייַנט.

נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר,

ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.

 

געשריבן איז דאָס ליד מיט בלוט און ניט מיט בלייַ,

ס'איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויך דער פֿריי:

דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט

דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.

 

טאָ זאָג ניט קיין מאָל, אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,

ווען הימלען בלייַענע פֿאַרשטעלן בלוי טעג,

ווייַל קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה :

ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט –

מיר זייַנען דאָ !

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407840

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©