ירושלים / קאַדיע מאָלאָדאָווסקי

אויפֿן גרענעץ פֿון אין-סוף

שטייט די שטאָט ירושלים.

האַלב של מעלה,

האַלב של מטה,

בשותּפֿות מיט מלכות-שמים.

 

פֿעלדזנבערג באַשיצן זי

ווייַסע שטיינער זאָגן תּהילים

מידברדיק און אימהדיק

מיט גרויע בערד פֿון די נפֿילים.

 

פֿאָרט מען אַהין טויזנט יאָר

און מען קומט כּהרף- עין

שטייט אַ שטאָט

ווי אַלע שטעט-

און דאָס איז ירושלים.

 

שטייט מען שוין אין מיטן שטאָט

און מען בענקט קיין ירושלים.

וויל מען וויינען – קען מען ניט,

ווייַל ס'איז דאָרטן גרויס די שמחה.

וויל מען לאַכן - טאָר מען ניט,

ווייַל דער הימל דאַוונט מינחה.

 

שטייט אַ מענטש,  און ווייס ניט וווּ,

און אלע ביינער זייַנע זאָגן:

גרויסער, רחמימדיקער גאָט,

שווער מיט דיר אַ שותּפֿות טראָגן.

 

אַ גאָט–באַרוטע שטייט ירושלים,

אַ פֿאַרברענטע – בליט זי אין די תּפֿילות,

אַ פֿאַרלאָזטע –  היטן זי די היילן,

הונגעריקע פֿעלקער קומען צו איר ברויט אַנטלייַען,

און דער פֿיטערער, דער מלך,

וואַכט איבער די קרוינען

פֿון ירושלים.

 

און ווען באַלאַגערט איז די שטאָט

גייט דאָס פֿאָלק ישראל שורה נאָך שורה -

ווילנע, ניו-יאָרק און עין-חרוד

אויסלייגן דעם כּבֿיש פֿון גבֿורה.

און שבֿעים לשון ווערט געהייליקט.

און שמע ישראל - איז יעדער שמועס.

און יעדעס וואָרט -  איז אַ קאַפיטל תּהילים

און יעדער אות - אַ צייכן פֿון נבֿואות.

 

ותחזינה עינינו - עס איז נעכטן געווען.

מיט פֿאָרכט און מיט ווייטיק דעם וווּנדער געזען

עין בעין

אויפֿן גרענעץ פֿון אין-סוף

אין ירושלים.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409062

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©