רשימת שירי סוכות
 אַ סוכה / רייַזען אברהם
 אַ סוכּות-מעשֹהלע / שמעון פֿרוג
 אַ שׂימחת־תּורה־טענצל (פֿראַגמענט / מאָריס ראָזענפֿעלד
 אין סוכּה / אהרון צייטלין
 גוט־יום־טובֿ, גוט־יאָר / צ. ה. רובינשטיין
 זעסט די סוכּה / י. י. סיגאַל
 שמחת-תורה /
 שמחת-תּורה / ח. בּאַרקאַן
 שֹמחת-תורה / שמעון פֿרוג


 

 סוכות

 

דער אורשפרונג דאָס יום טוב איז אין ספר ויקרא (כ"ג ל"ג):

בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר יוֹם לַחֹדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי הַזֶּה חַג הַסֻּכּוֹת שִׁבְעַת יָמִים לַה'...בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים כָּל-הָאֶזְרָח בְּיִשְׂרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסֻּכֹּת לְמַעַן יֵדְעוּ דֹרֹתֵיכֶם כִּי בַסֻּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם

 אין חומש ווערט דערקלערט, אַז מען זיצט אין סוכות [ויקרא כ"ג 40-43,  במדבר כ"ט 12-34, דברים ט"ז 13-15] כדי זיך צו דערמאָנען אָן דער אוראַלטער צייַט, ווען יידן האָבן אַרומגעוואַנדערט אין מדבר און געוווינט אין געצעלטן.

שפּעטער [מסכת ראש השנה ו ע"א: ‏ויקרא רבה פ"ל,יב: אין מסכת סוכה וואָס איז אין סדר מועד‏] האָט מען אָנגעהויבן אויסטייטשן דעם זין פֿון דעם פּסוק אַזוי, אַז דאָס באַדייט, מען זאָל סוכות טראָגן אין האַנט אַן אתרוג און אַ לולב, צוזאַמען מיט דרייַ ,,הדסים" [מירטן] און צוויי ,,ערבות" [ווערבעס], אַלס יום-טובֿדיקן בוקעט און שאָקלען און פֿאָכען מיט דעם אין אַלע ריכטונגען.

דער סוכות'דינער בוקעט באַשטייט פֿון פֿיר מינים (מסכת ראש השנה ו ע"א ,,ארבעה מינים"), און יידן האָבן אין דעם אַרייַנגעטייטשט אַלערליי געדאַנקען און כונות.

די עלטערע דערקלערונג [במסכת ראש השנה] איז געווען, אַז די פֿיר מינים זייַנען אַ סגולה אויף רעגן.

מען ווייזט, אַז פּונקט ווי די דאָזיקע געוויקסן קאָנען ניט עקזיסטירן אָן וואַסער, אַזוי קען די גאַנצע וועלט ניט עקזיסטירן אָן רעגן.

שפּעטער האָט מען אַרייַנגעטייטשט אין דעם נאָך אַנדערע געדאַנקען.

סוכות איז אַ שיינער יום-טובֿ. מען בויט אַ סוכה. מען בויט די סוכה פֿון ברעטעלעך. מען באדעקט דעם דאַך מיט סכך.

 

 

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407148

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©