רשימת שירי פורים
  פֿאַר וואָס מרדכי הצדיק האָט געפֿונען חן / איציק מאַנגער [ 1901-1969 ]
  פּורים ליד / אלחנן אינדלמאַן
 "אונטערן פֿייגנבוים " : אליהו הנביא'ס כּוסע / לעווין קיפּניס
 אַ גוט-פּורים / מוזיק : מלכה גאָטליב
 אַ גוט יום-טוב, יידן /
 אַ גרוס אויף פּורים /
 אורים-בורים /
 אסתר המלכה קען נישט שלאָפֿן / איציק מאַנגער [1901-1969]
 באַלעבאָסטע-לעבן /
 דאָס ליד פֿונעם לויפֿער / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 די טעמעס פֿון די פּורים-שפּלן / איציק גאָטעסמאַן - פֿאָרווערטס
 די מגילה / י. גויכבערג
 די מלכּה אסתּר פֿאַסט / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 די מלכה ושתי / מגילה לידער / איציק מאַנגער [ 1901-1969 ]
 די מלכה ושתי גייט צו דער תליה / מגילה-לידער / איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]
 די מלכה קומט צום מלך / מגילה לידער / איציק מאַנגער [ 1901-1969 ]
 דעם מלכס סעודה / מגילה לידער / מאַנגער איציק [ 1901-1969 ]
 דער מיינסטער פֿאָנפֿתא גרייט זיך צום תּענית / איציק מאַנגער [1901-1969]
 דער מלך אחשוורוש נאָכן אַטענטאַט / איציק מאַנגער [1901-1969]
 דער מלך איז אין כעס / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 דער שלח–מנות טרעגער / שמעון פֿרוג
 הייַנט איז פּורים ברידער / מ. ריוועסמאַן / אברהם גאָלדפֿאַדען
 המן דרייט זיך אין מלכס הויף / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 המן הרשע קען נישט שלאָפֿן / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 המן טעלעפֿאָנירט צו ויזתא / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 המן-טאַשן / מ. פיראָזשניקאָוו
 ושתיס קלאָגליד / מגילה לידער / איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]
 חומש / איציק מאַנגער [1901-1969]
 מאַכט אויף /
 מען פֿירט המן צו דער תליה / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 מרדכי גייט אַהיים פֿון אסתרס חתונה / איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]
 מרדכי הצדיק דער שתדלן / "מגילה לידער" / איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]
 מרדכי הצדיק וואַרט אויפֿן שטן / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 מרדכי קומט צו אסתר המלכה / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 פֿאַנפֿתא מיט זיינע געזעלן / מגילה לידער / איציק מאַנגער
 פּאַסטריגתא שיקט אַ גרוס מיט די פֿייגל / איציק מאַנגער [ 1969 - 1901 ]
 פּורים אין שטאָט / רבֿקה באַסמאַן בן-חיים
 פּורים אין תל-אביב - א /
 פּורים-ליד / מוזיק : באָטאָשאַן, 1944
 פּסתריגתא חלומט / מגילה לידער / איציק מאַנגער [1901-1969]
 צו דער סעודה / שלום עליכם
 שלח-מנות / טעקסט: מ. ראָזענפֿעלד : מוזיק : י. ענגעל


פּורים איז אַ יידישער יום טובֿ וואָס ווערט געפֿייערט י"ד אדר, און בייַ שטעט וואָס זייַנען "מוקפות חומה" פֿון יהושע בן נון'ס צייַטן (אין ירושלים, צפת, שושאן) ווערט פּורים געפֿייערט ט"ו אדר, דער טאָג ט"ו אדר הייסט "שושן פורים".

  דער יום טוב פּורים

 פּורים איז אַ פֿריילעכער יום-טוב לכבֿוד אַ נס אין דער יידישער געשיכטע.

אין פּערסיע, דערציילט מען, איז אַ מאָל געווען אַ מלך אַחשוורוש וואָס האָט געהאַט אַ מיניסטער המן.

איין מאָל האָט המן אויסגעטראַכט אַ פֿלאַן.

מען זאָל אומברענגען אַלע יידן.

אחשוורוש האָט געהאַט אַ יידישע מלכה אסתר.

ווען אסתר האָט געהערט וועגן דעם פֿלאַן האָט זי אַיינגערעדט דעם מלך ער זאָל ניט לאָזן אומברענגען די יידן.

דער מלך האָט איר געפֿאָלגט.

מען האָט אויפֿגעהאָנגען המנען און די יידן פֿון פּערסיע זייַנען געבליבן לעבן.

מרדכי, אסתרס פֿעטער, איז געוואָרן דער מיניסטער אַנשטאָט המנען.

 לכבֿוד פּורים "שלאָגט" מען המנען מיט אַ גראַגער.

מען עסט המן-טאַשן און מען שיקט שלח-מנות צו אַלע פֿריינד.

אָפֿט שטעלט מען אויך פֿאָר פּורים-שפּיל וועגן דער מעשׂה פֿון אחשוורושן און המנען. אין יידישע שטעט אין אייראָפּע זייַנען געווען פּורים-שפּילערס וואָס זייַנען געגאַנגען פֿון הויז צו הויז.

זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט זייַערע שפּילן,

ווען זיי האָבן געענדיקט שפּילן האָבן זיי געזאָגט :

"הייַנט איז פּורים מאָרגן איז אויס

גיט אונדז אַ גראָשן און וואַרפֿט אונדז אַרויס".

 מצוות און מנהגים

·                     מען לייענט "מגילת אסתר" בייַנאַכט און בייַטאָג

·                 מען קלאַפּט מיט גראַגערס ה  מנען

·               כדי דאַנקען פֿאַר די גרויסע נסים לייענט מען צו "על הנסים" בייַם דאַווענען און בייַם בענטשן.

·                  מען טיילט  צו מתנות צו אביונים, געלט אָדער עסן פֿאַר אָרעמעלייט

·                     מען שיקט משלוח מנות.

·                     מען פֿאַרשטעלט זיך מיט מאַסקעס.

·                     מען עסט המן-טאַשן.

·                     מען טרינקט זיך און שיכורט זיך אָן ביז "עד דלא ידע".

 

מתיה קם

שבט תש"ע – ינואר 2010

דער יום-טובֿ פּורים

פּורים איז אַ פֿריילעכער יום-טוב וואָס מען פֿייערט צוויי טעג – צוויי "יְמֵי מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה" (אסתר ט, 22):
אין דעם פֿערצנסטן (י"ד)  און פֿופֿצנסטן (ט"ו) אין חודש אדר.
אין  די מערסטע יישובים,  ווערט פּורים געפֿ
יַיערט אין י"ד אדר. נאָר אין – ערים "מוקפות חומה" - פֿון יהושע בן נון'ס צייַטן – אַזעלכע ווי שושן אָדער ירושלים – ווערט פּורים געפֿייערט אין ט"ו אדר, און דאָס הייסט "שושן פורים": "וְהַיְּהוּדִים אֲשֶׁר בְּשׁוּשָׁן נִקְהֲלוּ בִּשְׁלֹשָׁה עָשָׂר בּוֹ וּבְאַרְבָּעָה עָשָׂר בּוֹ וְנוֹחַ בַּחֲמִשָּׁה עָשָׂר בּוֹ וְעָשֹׂה אֹתוֹ יוֹם מִשְׁתֶּה וְשִׂמְחָה." (אסתר ט, 18).

דער יום-טוב פּורים פֿאַראייביקט דעם נסימדיקן ראַטונעק (הצלה) פֿון די יידן אין פּערסיא אין דער צייַט פֿון קעניג אחשוורוש,1] ווי עס איז דערציילט אין מגילת אסתר. דערפֿאַר איינס פֿון די פּורימדיקע מצוות איז מגילה לייענען - צוויי מאָל: בייַנאַכט און בייַטאָג, פֿרי אין יום-טובֿ .

דערצו פֿלעגט מען עסן סעודת פּורים – אין דעם טאָג (ניט בייַנאַכט).

מען שיקט משלוח-מנות "איש לרעהו" און מען גיט "מתנות לאביונים" - געלט פֿאַר אָרעמע מענטשן.

אַן אַנדערער געליבטער מנהג איז זיך פֿאַרמאַסקירן – אַ מנהג וואָס פֿאַרשטאַרקט דעם יום-טובֿ און די שימחה.

 עס איז פֿאַרבונדן מיט דער מעשה אין דער מגילה.

אַ-חוץ די צוויי טעג פֿון פורים איז נאָך דאָ אַ דרייַפֿאַכיגן פורים – "פורים משולש":
ווען פורים – י"ד אדר – איז פֿרייטאָג און שושן פורים איז שבת, פֿייערט מען פורים אין ירושלים דרייַ טעג, פֿון דעם פֿערצנסטן ביז זעכצנסטן אין חודש אדר (י"ד-ט"ז אדר).
 דאָס הייסט: אַ דרייַפֿאַכיגן פורים. מען לייענט "
מגילת אסתר" אין י"ד אדר (דאָנערשטיק בייַנאכט און פֿרייטאָג), און אין ט"ז אדר (זונטיק) - שיקט מען משלוח מנות און מען עסט סעודת פּורים.

פּורים איז אַ באַשטימטער יום-טובֿ, אָבער אין דער צייַט פֿון מגילת אסתר איז עס נאָך ניט געווען אַ יום-טוב  פֿאַר אַלע: מרדכי און אסתר האָבן געדאַרפֿט שיקן אַ ספעציעלען דעקרעט כּדי צו אייַנרעדן  אַלע יידן דעם יום-טובֿ פּורים כּדי מען זאָל פֿייערן "וַישְלַח סְפָרִים אֶל-כָּל-הַיְהוּדִים ....בְּכָל דּוֹר וָדוֹר מִשְׁפָּחָה וּמִשְׁפָּחָה מְדִינָה וּמְדִינָה וְעִיר וָעִיר" (אסתר ט 21- 28). [2]

די שימחה איבער דעם נסימדיקן ראַטונעק אין פורים באַשענקט דעם גאַנצן חודש אַ פריילעכער אַטמאָספֿער: "משנכנס אדר - מרבין בשמחה" (תלמוד בבלי, מסכת תענית, דף כט עמ' א).


 



[1]  מען דאַכט אַז קעניג אחשוורוש איז כסרכסס דער ערשטער (486 – 465 פֿאַר קריסט )

[2] תלמוד (מסכת מגילה, דף ז עמ' א)  שטייט, אַז ערשטנס האָט מען געפֿייערט פורים בלויז אין שושן (און אפֿשר אין גאַנץ פרס), און נאָר שפּעטער איז פורים באַַשטימט געוואָרן א יום-טוב אין אַלע תפֿוצות.

 

 

 

        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407316

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©