אַ גרוס אויף פּורים

 

פֿון אַ לאַנד אַ וויַיטן,
ברענג איך איַיך אַ גרוס:
אויפֿן פֿערד זיצט מרדכי,
המן גייט צופֿוס.

אסתר איז די מלכּה
פֿונעם ריַיכן לאַנד.
זי טראָגט די שענסטע קליידער
פֿון טיַיערסטן געוואַנט.

פֿון ליַינען דין און פּורפּל,
און פֿון קלאָרן וואָל.
(ניט געוואוסט פֿון רעיאָן האָבן זיי אַמאָל).

אין שושן, ביַי די יידן,
איז אַ גרויסע פֿרייד.
פֿיַיערן דעם פּורים
זיַינען אַלע גרייט.

זיי לאַכן פֿונעם רשע
ווען ער גייט פֿאַרביַי.
און עסן זיסע קיכלעך,
וואָס האָבן שפּיצן דריַי.

געלייענט אין מגילה
האָב איך דאָס אַלץ אַליין.
(אויב עס איז ניט אמת, איז עס אָבער שיין).

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407855

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©