ירושלים
קאַדיע מאָלאָדאָווסקי
אויף די בערג פֿון יהודה
דערהויבן איז ירושלים.
אַלט איז ירושלים,
יונג איז ירושלים,
אייביק איז ירושלים.
יאָר נאָך יאָר, און דור נאָך דור
לויכט די שטאָט ירושלים.
ווייַט איז ירושלים,
נאָנט איז ירושלים,
אייביק איז ירושלים.
אין דעם סידור, אין דעם מחזור
פֿעסטיקט זיך ירושלים.
טרייסט איז ירושלים,
יום-טובֿ איז ירושלים,
אייביק איז ירושלים.
מזרח, מערבֿ, צפֿון, דרום
בוקן זיך צו ירושלים.
חכמה איז ירושלים,
תּורה איז ירושלים,
אייביק איז ירושלים.
און דער פֿיטערער, דער מלך,
שטייט און היט ירושלים.
ברכה איז ירושלים,
שלום איז ירושלים,
אייביק איז ירושלים.