זאָל שוין קומען די גאולה

 

 

אָנגעזאָליעט אויפֿן האַרצן, מאַכט מען אַ לחיים,

אויב דער אומעט לאָזט ניט רוען – זינגען מיר אַ ליד.

איז ניטאָ קיין ביסל בראָנפן – לאָמיר טרינקען מים,

מים-חיים איז דאָך חיים – וואָס דאַרף נאָך אַ ייד ?

 

זאָל שוין קומען די גאולה,

משיח קום שוין באַלד !

 

ס'טאַנצן בייַמער אין די וועלדער, שטערן אויפֿן הימל,

ר' ישׂראל, דער מחותן, דרייט זיך אין דער מיט,

ס'וועט זיך אויפֿוועקן משיח פֿון זייַן טיפֿן דרימל,

ווען ער וועט דערהערן אונדזער תּפֿילהדיקע ליד.

 

זאָל שוין קומען די גאולה,

משיח קום שוין באַלד !

 

ס'איז אַ דור פֿון כּולו חייב – זייַט ניט קיין נאַראָנים!

און פֿון זינדיקן – משיח גיכער קומען וועט!

אַך, דו, טאַטעלע אין הימל, ס'בעטן בני-רחמנים :

זע, משיח זאָל ניט קומען אַ ביסעלע צו שפּעט...

 

זאָל שוין קומען די גאולה,

משיח קום שוין באַלד !

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408960

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©