הוליעט, הוליעט, קינדערלעך

געבירטיג מרדכי [1877-1942]

 

 

שפּילט אייַך, ליבע קינדערלעך –

דער פֿרילינג שוין באַגינט!

אוי ווי בין איך, קינדערלעך,

מקנא אייַך אַצינד.

 

הוליעט, הוליעט, קינדערלעך,

כּל-זמן איר זענט יונג,

ווייַל פֿון פֿרילינג ביז צום ווינטער

איז אַ קאַצן-שפּרונג.

 

שפּילט אייך, ליבע קינדערלעך,

פֿאַרזוימט קיין אויגנבליק.

נעמט מיך אויך אריין אין שפּיל,

פֿאַרגינט מיר אויך דאָס גליק.

 

קוקט נישט אויף מייַן גראָען קאָפּ,

צי שטערט דאָס אייַך אין שפּיל?

מייַן נשמה איז נאָך יונג,

ווי צוריק מיט יאָרן פֿיל.

 

מייַן נשמה איז נאָך יונג

און גייט פֿון בענקשאַפֿט אויס.

אַך, ווי גערן ווילט זיך איר

פֿון אַלטן גוף ארויס.

 

שפּילט אייַך, ליבע קינדערלעך,

פֿאַרזוימט קיין אויגנבליק,

ווייַל דער פֿרילינג עקט זיך באַלד,

מיט אים דאָס העכסטע גליק.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407194

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©