המן-טאַשן

ווערטער : מ. פיראָזשניקאָוו

 

 

יאַכנע דוואָשע פֿאָרט אין שטאָט,

האַלט זיך אין איין פֿאַקן,

זי דאַרף אויף פּורים קויפֿן מעל

המן-טאַשן באַקן.

 

פזמון:

האָפּ, מייַנע המן-טאַשן

האָפּ, מייַנע ווייַסע

האָפ, מיט מייַנע המן-טאַשן

האָט פּאַסירט אַ מעשׂה

 

ס'גייט אַ רעגן, ס'גייט אַשניי,

ס'קאַפּעט פֿון די דעכער,

יאַכנע פֿירט שוין קאָרנמעל

אין אַ זאַק מיט לעכער.

 

פּזמון:

האָפּ, מייַנע המן-טאַשן

האָפּ, מייַנע ווייַסע

האָפ, מיט מייַנע המן-טאַשן

האָט פּאַסירט אַ מעשׂה.

 

יאַכנע טראָגט שוין שלח-מנות

צו דער מומע יענטע,

צוויי-דרייַ שוואַרצע המן טאַשן

האַלב רוי, האַלב פֿאַרברענטע.

פּזמון:

האָפּ, מייַנע המן-טאַשן

האָפּ, מייַנע ווייַסע

האָפ, מיט מייַנע המן-טאַשן

האָט פּאַסירט אַ מעשׂה

 

ווערטער : מ. פיראָזשניקאָוו

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408844

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©