שבת

איבערדערציילט לויט ב. י. ביאַלאָסטאָצקי

 

ווען גאָט האָט באַשאַפֿן די וועלט. האָבן די טעג פֿון דער וואָך זיך צעקריגט, ווער פֿון זיי עס איז דער שענסטער און ווער איז דער וויכטיסטער.

האָט געזאָגט דער ערשטער טאָג : " איך בין גרעסער און וויכטיקער פֿון אייַך אַלע, ווייַל מיט מיר צוזאַמען האָט גאָט באַשאַפֿן דעם טאָג און די נאַכט, און ער האָט אָפּגעטיילט ליכטיק פֿון פֿינצטער.

ווען ניט איך, וואָלט נאָך אַלץ געווען וויסט".

האָט דער צווייטער טאָג געזאָגט: "ניין איך בין וויכטיקער. דעם צווייטן טאָג האָט גאָט געמאַכט דעם גרויסן בלאָען הימל, ווי וואָלט די וועלט אויסגעזען אָן מיר, אָן דעם הימל?"

האָט געזאָגט דער דריטער טאָג : "און ווו בין איך?

דעם דריטן טאָג איז געוואָרן די ערד, און גראָז און ביעימער האָבן אָנגעהויבן וואַקסן. בין איך דער שטאַרקסטער און דער וויכטיקסטער".

דער פֿערטער טאָג האָט אויך ניט געוואָלט נאָכגעבן. אָן אים וואָלטן קיין זון, קיין לבֿנה און קיין שטערן ניט געווען.

דער פֿינפֿטער טאָג האָט געטענהט, אַז מיט אים האָט גאָט באַשאַפֿן די פֿייגל און די פֿיש אין ים, איז ער ניט ווייניקער וויכטיק ווי די אַנדערע.

דער זעקסטער טאָג האָט געזאָגט, אַז מיט אים זייַנען געוואָרן די חיות, און דער עיקר די מענטשן, איז ער דער וויכטיקסטער פֿון אַלע.

האָט זיך אַראָפּגעלאָזט איבער זיי אַ נייַער טאָג, דער לעצטער טאָג, דער זיבעטער.

און ווער ביסטו? האָבן די אַנדערע טעג אים געפֿרעגט.

"איך בין שבת"

"און וואָס טוסטו?"

"גאָרניט".

האָבן די טעג געשמייכלט: "אָבער זאָג אונדז, וואָס האָט גאָט מיט דיר באַשאַפֿן אויף דער וועלט?"

"מיט מיר איז געקומען אויף דער וועלט די רו".

די טעג האָבן געקוקט איינער אויפֿן אַנדערן און ניט פֿאַרשטאַנען.

"גאָט האָט אַלץ געענדיקט, האָט ער דעם ציבעטן טאָג גערוט," האָט שבת געזאָגט. " דורך מיר האָט דער באַשאַפֿר געבענצט די גאַנצע ערד. דערפֿאַר בין איך דער הייליקסטער טאָג".

האָט די זון געזאָגט: אויב גאָרניט טאָן, דאַרף איך אויפֿערן שייַנען דעם ציבעטן טאָג".

האָט שבת געזאָגט: "ניין, דו טאָרסט ניט אויפֿהערן. דו מוזסט שייַנען אייביק, אַניט וועט חרובֿ ווערן די וועלט".

האָט די ערד געזאָגט: אויב רו איז די גרעסטע זאַך, דאַרף איך אויפֿהערן אַרויסצוגעבן גראָז און ביימער דעם זיבעטן טאָג".

אָבער שבת האָט איר געענטפֿערט:"דומוזסט אייביק אַרויסגעבן גראָז און ביימער. די וועלט טאָר ניט חרובֿ ווערן".

"און דו?" האָבן אַלע געפֿרעגט.

"איך", האָט דער שבת געזאָגט, "בין די הייליקע רו. רוען דאַרף דער מענטש וואָס אַרבעט אויף דער ערד.

רוען דאַרפֿן אַפֿילו דער שקלאַף און דער אָקס.

ווען דער מענטש וועט רוען, וועט פֿאַר אים די זון שייַנען ליכטיקער, די גאַנצע וועלט וועט זייַן אַ הייליקערע.

דורך מיר וועט אַ מאָל אויך קומען רו פֿאַר אַלע לייַדן, די רו פֿאַר אַלע אויף דער וועלט".

און ווען דער שבת האָט געענדיקט רעדן, האָט זיך דערהערט אַ קול פֿון הימל:

"אַלע טעג זייַנען הייליק, און שבת, דער טאָג פֿון רו, איז דער הייליקסטער!"

איז ווידער געוואָרן שלום.

אַלע טעג האָבן זיך גענומען פֿאַר די הענט און אָנגעהויבן טאַנצן און זינגען אַרום דעם שבת לכּבֿוד שבת.

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408859

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©