אַ קינד אַ גאָלדענע
ווערטער : אברהם רייזען [18875-1953]
אַ קינד איז דאָס אַ גאָלדענע,
און שפּילט זיך פֿראַנק און פֿרייַ,
און וואָס פֿאַר אַ דאגות האָט עס דען,
אַ יאָרן האָט עס דרייַ?
אַ צרה מיט די שפּראַכן נאָר,
שפּראַכן אָן אַ שיעור,
יאָרן האָט דאָס קינד נאָר דרייַ
און שפּראַכן האָט ער פֿיר.
די מאַמע איז אַ רוסישע
אַ ליטווישע געמיינט,
דאַן רעדט זי מיט אים רוסיש נאָר,
אַזוי איז זי געוויינט.
די ניאַניע איז אַ פּויליש,
ווי קען דאָס אַנדערש זייַן?
מוז דאָס קינד זיך מאַטערן,
אויף פּויליש העפֿלעך זייַן.
די באָבע איז אַ יידישע
און רעדט מיט אים זשאַרגאָן,
דאַן מוז דאָס קינד איר נאָכפּלאַפּלען,
ווי קען עס אַנדערעש טאָן?
דער טאַטע איז אַ ציוניסט,
און האַלט פֿון אחד-העם,
מוז דאָס קינד באַגריסן אים
און זאָגן אים : שלום !
הער נאָר, דו, מייַן ליבעס קינד,
מיר זאָל זייַן פֿאַר דיר,
דו מיינסט, אַז דו וועסט אָפּקומען
נאָר מיט שפּראַכן פֿיר ?
מען זוכט אַ גווערנאַנטקע דיר,
אַ דייַטשקע און גענונג,
וועסטו, קינד מייַנס, אויסוואַקסן
ווי טאַטע-מאַמע קלוג...