אָט גייט יאַנקעלע

 

ווערטער : בוריס ראָזענטאַל [1881-1938] יעקב קאַליש [1891-1975]

מוזיק: יוסף רומשיסקי [1881-1956]

 

 

אַ קינד נאָך אין חדר בין איך אַצינד,

ליב האָט מיך יעדער, ווי אַן אייגן קינד.

אַ פּיסקל האָב איך ווי אויף שרויפֿן,

פֿון חדר ליב איך צו אַנטלויפֿן,

איך בין דאָך אַ מזיק, אַ יינגל גאָר אַ כוואַט,

פּונקט ווי קאָזאַק מיט יעדן פּאַני-בראַט.

יעדער פֿאַר מיר ציטערט אָן אַ שיעור,

ווער עס זעט מיך אויף דער גאַס

שרייַט אויס באַלד אויף מיר:

 

רעפֿריין :

 

אָט גייט יאַנקעלע,

דאָרט שטייט יאַנקעלע,

ווייַל ער איז אַ יינגעלע אַ גוטער,

יעדער פֿרעגט, וואָס מאַכט ער, וואָס טוט ער ?

וואָס איז יאַנקעלע ?

דאָס איז יאַנקעלע.

יעדע מאַמע ווינטשט אַצינד

אַז געראָטן זאָל איר קינד

זייַן אַזוי ווי יאַנקעלע

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407334

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©