די מלכה קומט צום מלך : " מגילה לידער"

איציק מאַנגער [1901-1969]

 

 

אַז דער מלך שלאָפֿט,

שלאָפֿט ער דאָך נישט אַליין,

ס'קומט די מלכה אסתר

אין העמד צו אים צו גיין.

 

זי קריכט צו אים אַרונטער

אונטער דעם איבערבעט,

קיצלט אים אונטער דער פּאַכווע

און חנדלט זיך און רעדט:

 

,,צי איז דאָס, אַ מלך, אַ תכלית,

צי האָט עס, אַ מלך, אַ טעם,

אַז המן, אָט דער רשע,

איז דער גאַנצטער יאַ-טעבי-דאַם?

 

אויב כ'האָב, אַ פֿאַטער קיניג,

בייַ דיר געפֿונען חן,

טו זשע מיר די טובה! –

דו ווייסט שוין, וואָס איך מיין...''

 

פֿאַרכליסנעט זיך דער מלך:

,,אסתרל, הער שוין אויף!

אָט דער רשע המן

וועט האָבן אַ וויסטן סוף.

 

ער וועט בייַ מיר שוין הענגען

אין אַ שיינעם אינדערפֿרי,

טאָ הער שוין אויף צו קיצלען,

אסתרל! כי, כי, כי...''

 

אין דרויסן איז אַ רעגן,

אַין דרויסן איז אַ ווינט,

דער ווינט זאָל האָבן שכל,

וואָלט ער אַוועק געשווינד


און אָנגעזאָגט די בשורה

דעם פֿעטער אין דער היים –

דער פֿעטער האָט אַ הויקער

און אַן אָפּגעברענטע ברעם.

 

בייגט זיך צו איר דער מלך :

"אסתרל, איך באַגער..."

טוליעט זי זיך נענטער:

פֿאַטער קיניג, איך הער..."

 

און ער האַלדזט זי און ער קושט זי

ביזקל אַ זייגער צוויי

און זי ווערט אַנטשלאָפֿן טרויעריק

___ _ _ _

 

ויהי... ויהי בימי...

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407318

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©