ווילנע

א.ל. וואָלפֿסאָן

 

ווילנע, שטאָט פֿון גייַסט און תּמימות.

ווילנע, יידישלעך פֿאַרטראַכט ,

וווּ עס מורמלען שטילע תּפֿילות,

שטילע סודות פֿון דער נאַכט.

אָפֿט מאָל זע איך דיך אין חלום ,

הייס געליבטע ווילנע מייַן ,

און די אַלטע ווילנער געטאָ

אין אָ נעפּלדיקער שייַן.

 

ווילנע, ווילנע, אונדזער היימשטאָט,

אונדזער בענקשאַפֿט און באַגער.

אךַ , ווי אָפֿט עס רופֿט דייַן נאָמען

פֿון מייַן אויג אַרויס אַ טרער.

ווילנער געסלעך , ווילנער טייַכן,

ווילנער וועלדער , באַרג און טאָל ....

עפּעס נויעט, עפּעס בענקט זיך

נאָך די צייַטן פֿון אַמאָל.

 

כֿזע דעם וועלדעלע זאַקרעטער

אין זייַן שאָטן אייַנגעהילט,

וווּ געהיים עס האָבן לערער

אונדזער וויסנדורשט געשטילט.

ווילנע האָט דעם ערשטן פֿאָדעם

פֿון דער פֿרייַהייטספֿאָן געוועבט,

און די ליבע קינדער אירע

מיט אַ צאַרטן גייַסט באַלעבט.

 

ווילנע, ווילנע אונדזער היימשטאָט....

 

[ געשריבן אין ניו-יאָרק, 1935. ווערט דאָ געבראַכט לויטן נוסח וואָס מֿהאָט געזונגען אין ווילנער געטאָ ]

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407202

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©