• שמעון פֿרוג

שבֿועות

.I

אַ כּישוף־מאַכער איז די נאַכט,
די שטילע, בלויע נאַכט —
מיט צאַרטע פֿינגער האָט זי מיר
די אויגן צוגעמאַכט;

די אויגן מיר פֿאַרשלעפֿערט שטיל,
דאָס האַרץ מיר אויפֿגעוועקט:
מיט ווײַסע פֿליגלען, ווייך ווי זײַד,
מיך ליבלעך צוגעדעקט,

דער ליבער, גרינער יום־טובֿ גייט.
די לופֿט איז בלוי און ריין:
אויף יעדן גרעזעלע שטראַלט־אויף
אַ העלער איידל־שטיין...

.II

"דער גרינער יום־טובֿ קלאַפּט אין טיר
די זון גייט־אויף און שײַנט.
וווּ, זיידע, וועלן מיר דאָס גרינס
אויף יום־טובֿ נעמען הײַנט"?

"— וווּ, פֿרעגסטו? קום, מײַן גאָלדן קינד,
אויף אונדזער הייליק אָרט, —
דער פֿרילינג האָט מיט גראָז באַדעקט
דײַן טאַטנס קבֿר דאָרט...

"קום, קינד מײַנס! אונדזער אייגן גרינס
דערקענען איז ניט שווער:
פֿון יעדן גרעזעלע שטראַלט־אָפּ
אַ הייסע יתום־טרער"...


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407834

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©