• אַבֿרהם רייזען

נאָך גרינס

נאָך צווײַגעלעך קינדער, אין וואַלד לאָזט זיך גיין
— און פֿריילעך מיט לידער כּסדר,
אַזוי ווי עס וואָלט אויף די וועלט ניט געווען —
קיין רבי, קיין קאַנטשיק, קיין חדר.

נאָך צווײַגעלעך, קינדער, נאָך צווײַגעלעך גייט,
און פּוצט אויס די אָרעמע שטיבלעך;
דער וואַלד איז ניט ווײַט, הינטערן שטעטל ער שטייט
און קוקט אַזוי ווײַך, אַזוי ליבלעך.

פֿאַרוווּנדערט וועט ווערן דער אַלטער, דער וואַלד:
וואָס טוען דאָ ייִדישע קינדער? —
דערציילט אים: ס׳איז שבֿועות — דערציילט עס אים באַלד;
און זאָל אים ניט זײַן צו קיין וווּנדער...

און זוימט זיך וואָס לענגער און רײַסט וואָס מער אָן —
ניט האָט פֿאַר די טאַטעס קיין מורא:
הײַנט מעגט איר אין וואַלד זײַן, מ׳וועט גאָר נישט אײַך טאָן —
עס איז דאָך לכּבֿוד דער תּורה!

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407350

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©