מאָריס ראָזענפֿעלד

שבֿועות

גוט יום־טובֿ, רבותי, גוט יום־טובֿ אונדז כ׳לעבן!
הײַנט האָט מען דאָך אונדז אונדזער תּורה געגעבן.
אַ ביכל מיט ווערטער ווי פּערל געקליבן,
מיט הייליקע אותיות אויף פּאַרמעט געשריבן.
לכּבֿוד שבֿועות, נו, עפֿנט עס, ברידער,
און לאָמיר עס דורכמישן, לאָמיר עס ווידער
באַטראַכטן און זען טאַקע קלאָר, אויב מיר ווייסן
און היטן, וואָס גאָט האָט פֿאַרזאָגט און געהייסן!

נו, רוקט זיך זשע נענטער, ר׳ יאָקל, ר׳ מיכל!
נו, קומט, ר׳ גבֿריאל, און עפֿנט דאָס ביכל!
איר קוויינקלט?.. טאָ קומט זשע, זײַט מוחל, ר׳ בינעם,
איר זײַט דאָך אַ צדיק, איר היט דאָך די דינים...
איר דאַוונט?.. טאָ רופֿט זשע, זײַט מוחל, ר׳ שמעיהן,
דעם גרויסן בעל צדקה... רופֿט איצל דעם דיין!
אָט לאָמיר זיך דורכרעדן, וואָס האָט איר מורא?
איר זײַט דאָך גאָטספֿאָרכטיק, איר היט דאָך די תּורה...

ר׳ צמח, ר׳ למך, איר פֿאַסט דאָך תּעניתים...
טאָ קומט זשע! — וואָס דרייט איר זיך אין די טליתים?..
און רופֿט מיר ר׳ אַבאן, ער רעדט דאָך פֿון גאָט נאָר,
פֿון "טאַטן אין הימל" און פֿון זײַן "געבאָט" נאָר,
און רופֿט יאַנקל גבאי, דעם ראָש־הותיקין!
פֿאַרנומען?.. זיי קענען ניט?.. זאָגן איצט "תּיקון?"...
אַ קלייניקייט איז עס אײַך ייִדישקייט היטן!
ווי קען מען דאָס מפֿסיק זײַן סאַמע אין מיטן?...


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408031

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©