• איציק מאַנגער

נעמי זאָגט "גאָט פֿון אַברם"

געווידמעט מײַן שוועסטער שיינדל
און איר חבֿר, דעם וועבער
וואָלקע גלאָזמאַן

די אַלטע נעמי אין מיטן שטוב
שעפּטשעט "גאָט פֿון אַברם",
די בלאָנדע שנורן נעבן איר
הערן פֿאָרכטיק און פֿרום.

"גאָט פֿון אַברהם, גרויסער גאָט,
דער הייליקער שבת פֿאַרגייט
און ווי דער שבת אין פֿרעמדן דאָרף
אַזוי איז אַוועק מײַן פֿרייד."

זי גייט פּאַמעלעך צום פֿענצטער צו:
אין דרויסן טונקלט די מיל.
זי אָטעמט מיט די פֿליגל קוים,
דער אָוונטווינט איז קיל.

די מיל האָט אלימלך געקויפֿט
און די מיל האָט געמאָלן ברויט,
איצט איז דער מאַן אויף דער אמתער וועלט
און ביידע זין זענען טויט.

איצט איז זי אַ וויסטע אַלמנה אין דאָרף,
מיט ביידע שנורן אַליין —
ערפּה איז גוט ווי ראַזעווע ברויט
און רות איז פֿרום און שיין.

נעמי דערמאָנט זיך: אַמאָל, אַמאָל,
זי האָט די שיקסלעך נישט געוואָלט,
נאָר ס׳איז מסתּמא געווען באַשערט —
איצט האָט זי ביידע האָלד.

זיי האָבן די זין אירע ליב געהאַט,
געאַרבעט מיט זיי אין פֿעלד.
און שווער און שוויגער "דאָס אויג אין קאָפּ"
און כּבֿוד פֿון דער וועלט.

איצט זענען זיי נעבעך אַלמנות צוויי
און זי — אַן אַלמנה אַליין.
פֿאַר זיי האָט די ערד נאָך מסתּמא פֿרייד,
נאָר זי, אַן עלנטער שטיין.

וועט זיך שלעפּן און שלעפּן צופֿוס,
ביז זי וועט קומען קיין כּנען
און דאָרטן וועט דער מלאך־המוות
ווערן איר צווייטער מאַן.

נעמי שעפּטשעט, און נעבן איר
האָרכן די שנורן פֿרום —
אין דרויסן שמעקט מיט היי און ווינט,
אין שטוב מיט "גאָט פֿון אַברם".


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408056

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©