רות קען נישט אַנטשלאָפֿן ווערן

רות שטייט פֿאַרן שפּיגל שלאַנק
און צעקעמט אירע בלאָנדע האָר.
די רייד וואָס די שוויגער האָט גערעדט
זענען ביז צום ווייטיק קלאָר.

מאָרגן, דאָס הייסט אין עטלכע שעה,
וועט די אַלטע שוויגער אַליין
גיין צו איר פֿאָלק און צו איר גאָט
און זי, וווּ וועט זי גיין?

אַהיים אין דאָרף וווּ דער טאַטע טרינקט
און די בייזע שטיפֿמאַמע שעלט,
די געלע מאַרוסיאַ, זי האָט איר גענוג
פֿאַראומערט, פֿאַרפֿינצטערט די וועלט.

אַהיים אין דאָרף וווּ דער פּריץ שלאָגט
די קנעכט מיט אַן אײַזערנער רוט,
זי געדענקט ווי הײַנט דעם ברודערס גוף
פֿאַרגאָסן מיט שווייס און בלוט.

אַהיים אין דאָרף וווּ דער דולער וואַסיל
דערציילט פֿאַר יעדן אין מאַרק,
ווי אַזוי פּאַן יעזוס האָט אים געבענטשט
אויפֿן שפּיץ פֿונעם קלויסטערבאַרג.

זי ציטערט. אין דרויסן רוישט דער טײַך:
"קום, רוזשקאַ, געליבטע, קום!
איך האָב די אַלטע רוסאַלקע געגט
און דו ביסט גוט און פֿרום.

קום, זײַ מײַן רוסאַלקע, רוזשקאַ קרוין,
קום ווער דאָס וואַסערווײַב,
כ׳האָב וואַסער־רויזן פֿאַר דײַנע האָר
און פּערל פֿאַר דײַן לײַב.

וועסט האָבן בײַ מיר פֿון כּל הגוטס,
וואָס בעסערס קען נישט זײַן,
בײַ טאָג — דאָס גינגאָלד פֿון דער זון
און בײַ נאַכט — דעם לבֿנה־שײַן".

רות הערט און פֿיבערט. יאָ, זי איז גרייט.
אויב די שוויגער נעמט זי נישט מיט,
ווערט זי די רוסאַלקע פֿונעם טײַך.
און זי שמייכלט טרויעריק און מיד...


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407211

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©