פּסח

 

א.

אַ סך יאָרן זייַנען יידן געווען שקלאַפֿן אין לאַנד מצרים.

זיי האָבן זייער שווער געאַרבעט.

זיי האָבן געבויט פּיראַמידן און שטעט.

פּרעה, דער קיניג פֿון מצרים, איז געווען זייער אַ שלעכטער.

ער האָט געהייסן די יידישע קנעכט מאַכן ציגל און האָט זיי ניט געגעבן קיין שטרוי.

ער האָט געהייסן אַז די יידישע יינגלעך זאָלן ווערן געוואָרפֿן אַרייַן אין טייַך, אין נילוס.

איז געקומען משה צו פּרעהן און האָט געזאָגט : לאָז אַרויס די קנעכט: זיי ווילן זייַן פֿרייע

מענטשן.

פּרעה האָט ניט געוואָלט באַפֿרייען די קנעכט.

צען מאָל האָט אים משה דערפֿאַר באַשטראַפֿט.

ווען פּרעהס עלטסטער זון איז געשטאָרבן, איז ער אַליין געלאָפֿן צו משהן:

- נעם אַרויס די קנעכט ! פֿיר זיי אַרויס, גיך !

 

ב.

 

 

די יידישע קנעכט זייַנען אַרויס פֿון מצרים אין מיטן נאַכט.

זיי האָבן ניט געקענט צוגרייטן קיין שפּייַז, האָבן זיי פֿון ניט-געזייַערט טייַג = [בצק שלא החמיץ]

געבאַקן מצות.

בייַ טאָג און בייַ נאַכט זייַנען זיי געגאַנגען ביז זיי זייַנען געקומען צום ים.

דאָ האָבן זיי דכרזען הינטער זיך פּרעהס רייַטערס.

זיי האָבן זיך זייער דערשראָקן.

דעמאָלט האָט משה אָנגערירט מיט זייַן שטעקן דעם ים.

פֿונעם וואַסער זייַנען געוואָרן צוויי הויכע ווענט און די יידן זייַנען אַרייַן אין ים אויף דער טריקעניש.

ווען פּרעהס פֿערד און רייַטערס זייַנען אַרייַן אין ים, האָבן זיי די וואַסערן צוגעדעקט.

די יידן האָבן זיך זייער געפֿרייט.

אַלט און יונג, גרויס און קליין האָבן געזונגען.

זיי זייַנען געוואָרן פֿרייַע מענטשן.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 190113

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©
0