משה
אבֿרהם רייזען (1876 -1953)
איר אַרבעט פֿון פֿרי,
איר אַרבעט ביז שפעט
בייַ ציגל און ליים:
איר גראָבט און איר קנעט,
און מויערט פֿאַר פּרעהן
פּאַלאַצן און שטעט.
איך פֿיל אייַער קנעכטשאַפֿט,
איך פֿיל און איך ווייס,
איך זע אויפֿן שטערן
די טראָפּנס פֿון שווייס.
זיי רינען, די טראָפּנס,
אַרייַן אין דעם ניל,
ער ברויזט דאַן און קאָכט
און קען ניט זייַן שטיל.
און דאָרט אין דער ווייַטן
געפֿינט זיך אַ לאַנד.
ווי זייַד איז דער הימל,
וויפּערל דער זאַמד.
דאָרט רוישן די ווינטן
ווי לויטער מוזיק.
דאָרט זינגען די פֿייגל
פֿון אייביקן גליק...
און איר שטייט געבונדן
אין קייטן, אין שטריק.