די מעשה פֿון פּסח

[פֿון : לקט חומר-לימוד ביידיש : פסח, משרד החינוך והתרבות עורך : מרדכי דוניץ, עמ' 21-22]

עס איז געווען אַ הונגער איבער דער וועלט, אָבער אין לאַנד מצרים איז געווען ברויט.

זייַנען יידן געקומען אין לאַנד מצרים.

זיי זייַנען שוין דאָרטן געבליבן אַ לאַנגע צייַט.

פּרעה, דער קיניג פֿון מצרים, האָט פֿון די יידן געמאַכט שלקאַפֿן.

יידן האָבן געמוזט שווער אַרבעטן: מאַכן ציגל און בויען שטעט און פּיראַמידן פֿאַר פּרעהן, דעם קיניג פֿון מצרים.

די יידישע שקלאַפֿן האָבן געוווסט אַז זיי זייַנען אַמאָל געווען פֿרייע מענטשן.

זיי האָבן געוואָלט ווידער ווערן פֿרייַ.

אָבער פּרעה איז געווען זייער שטאַרק.

האָבן יידן ניט געוווסט ווי זיי קענען ווערן פֿרייַ.

פּרעה האָט מורא געהאַט: טאָמער וועט צווישן די שקלאַפֿן געבוירן ווערן איינער וואָס וועט זיי באַפֿרייַען.

האָט דער בייזער פּרעה אַרויסגעגעבן אַ געזעץ:

אַלע יינגלעך וואָס ווערן געבוירן בייַ יידן זאָל מען אַרייַנוואַרפֿן אין טייַך.

בייַ אַ יידישער מוטער, וואָס האָט געהייסן יוכבֿד, איז געבוירן געוואָרן אַ יינגל.

דער יינגל איז געווען זייער שיין.

האָט די מוטער אים באַהאַלטן דרייַ חדשים צייַט. מער האָט זי אים ניט געקענט באַהאַלטן.

האָט די מוטער געמאַכט אַ קעסטעלע פֿון האָלץ און האָט דאָס אַרומגעקלעפּט אַז וואַסער זאָל ניט קענען אַרייַן אין אים.

און זי האָט דאָס קינד אַרייַנגעלייגט אין קעסטעלע.

דאָס קעסטעלע מיטן קינד האָט די מוטער אַוועקגעשטעלט בייַם ברעג טייַך.

זייַן עלטערע שוועסטער מרים איז געשטאַנען פֿון דער ווייַט צו וויסן וואָס וועט געשען מיט דעם קינד.

פּרעהס טאָכטער איז אַראָפּ צום טייַך זיך באָדן.

צוזאַמען מיט איר זייַנען געקומען אירע מיידלעך.

דערזעט פּרעהס טאָכטער אַ קעסטעלע בייַם ברעג טייַך.

זי שיקט איינע פון אירע מיידלעך: -"ברענג מיר דאָס קעסטעלע אַהער".

האָט דאָס מיידל געבראַכט.

עפֿענט פּרעהס טאָכטער דאָס קעסטעלע און שרייַט אויס: - ,, אַ קינד !".

דאָס קינד שמייכלט צו איר און שטרעקט אויס זייַנע הענטלעך צו איר.

האָט פּרעהס טאָכטער זיך דערבאַרעמט אויפֿן קינד.

,,סאַראַ שיין קינד !" – האָט איינע פֿון די מיידלעך געזאָגט.

-         דאָ מוז זייַן פֿון די קינדער פֿון די יידן " – האָט פּרעהס טאָכטער געזאָגט.

-         אָבער ווער וועט זייגן דאָס קינד ?" – האָט איינע פֿון אירע מיידלעך געפֿרעגט.

איז צוגעגאַנגען צו זיי דעם יינגלס שוועסטער, די קלוגע מרים, און זאָגט צו פּרעהס טאָכטער : - זאָל איך גיין און רופֿן אַ יידישע פֿרוי, אַז זי זאָל זייגן פֿאַר דיר דאָס קינד ?"

-,, גיי" - האָט פּרעהס טאָכטער געענטפֿערט.

איז דאָס מיידל געגאַנגען און גערופֿן די מוטער פֿון קינד.

און פּרעהס טאָכטער האָט איר געזאָגט : - ,, נעם דאָס קינד און זייג עס און איך וועל דיר באַצאָלן.

אַז דאָס קינד וועט מער ניט דאַרפֿן זייגן, ברענג עס צו מיר".

-         ,,גוט" – האָט געענטפֿערט די מוטער פֿון קינד.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407243

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©