אוי, אַבראַם
אוי, אַבראַם, איך קען אָן דיר נישט זייַן !
איך אָן דיר און דו אָן מיר
קענען מיר ביידע נישט זייַן !
געדענקסטו, געדענקסטו בייַ דעם טויער,
האָסטו מיר געזאָגט אַ סוד אין אויער :
- אוי-וויי, רבֿקהניו,
גיב זשע מיר דאָס פּיסקעניו !
אוי, אַבראַם, איך קען אָן דיר נישט זייַן !
איך אָן דיר און דו אָן מיר
איז ווי אַ קליאַמקע אָן אַ טיר!
געדענקסטו, געדענקסטו אויףַ דעם בולוואַר,
איך, דער קלוגער, און דו, דער נאַר,
- אוי-וויי, רבֿקהניו,
גיב זשע מיר דאָס פּיסקעניו !
אוי, אַבראַם, איך קען אָן דיר נישט זייַן !
איך אָן דיר און דו אָן מיר
קענען מיר ביידע נישט זייַן !
געדענקסטו, געדענקסטו דעם רויטע קליידל,
אוי, בין איך געווען אַ שיין מיידל:
- אוי-וויי, רבֿקהניו,
גיב זשע מיר דאָס פּיסקעניו !