טשאָלנט
פֿרייַטיק.
מאָרגן עסט מען טשאָלנט.
קלייַבט מען הייַנט בעבלעך,
מען וואַשט זיי,
די קאַרטאָפֿל שיילט מען,
מען שנייַדט זיי,
מ'נעמט אַ פֿעט שטיק פֿלייש
און מ'לייגט דאָס אַלץ צוזאַמען.
האָט איר אויף שבת
אַן עוף געשחטן –
האָט איר דאָך אַ העלדזל,
איר פֿילט עס אָן מיט מעל
מיט שמאַלץ,
גיט צו פֿעפֿער,
גיט צו זאַלץ,
איר נעמט אַ נאָדל,
נעמט אַ פֿאָדעם,
פֿאַרנייט פֿון ביידע זייַטן.
און שבת איז מנוחה -.
מ'עסט טשאָלנט.