לכבוד שבת

לכבֿוד שבת 

גרייט מען צו

אין גרויסן טאָפּ

דעם צימעס.

די מאַמע טראָגט אין שטוב אַרייַן

אַ פֿולן קויש מיט מייערן,

וואַשט זיי, רייניקט, שאָבט זיי אָפּּ

און די קינדער אַרום איר.

אָ, מיר וואַלטן גערן עסן

די ניט געקאַכטע מייערן.

מיר כאַפן זיי גלייַך פֿון קויש אַרויס

און גריזשען מיט די ציין.

,,איר זייַט דאָך ניט קייַן העזעלך".

רופֿט די מאַמע זיך אָפּ.

די מאַמע גיט צו אַ ביסל זאַלץ,

האָניק,

ראָזשינקעס,

אַ קניידל, אויך אַ ביסל הינער-שמאַלין,

און עס קאַכן זיך די מיירעלעך,

אין עס אַ זיסער צוגאָב

דער יידישער משפחה.  

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408024

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©