אַלף -  אינדיקעס פֿרעסט דער נגיד,

בית - ביינדעלעך הריזעט דער אָרעמאַן.

גימל - גענדזעלעך עסט דער נגיד,

דלת – דעם דלות האָט דער אָרעמאַן.

היי – הינדלעך געפּרעגלטע עסט דער נגיד,

וואָוו – ווייטיקן האָט דער אָרעמאַן.

זין – זעמעלעך מיט פוטער עסט דער נגיד,

חית – חלאַתן האָט דער אָרעמאַן.

טית – טייַבעלעך געבראָטענע עסט דער נגיד,

יוד – יסורים האָט דער אָרעמאַן.

כף – כּאַלאָשן טראָגט דער נגיד,

למד – לאַפטיעס טראָגט דער אָרעמאַן.

מם – משקה טרינקט דער נגיד,

נון – ניכטער גייט אַרום דער אָרעמאַָן.

סמך – סאַמעטענע קליידער טראָגט דער נגיד,

עין – עלנט, אָפּגעריסן איז דער אָרעמאַן.

פּא – פּופּקעס געפּרעגלטע עסט דער נגיד,

צדיק – צרות האָט דער אָרעמאַן.

קוף – קאָטלעטן עסט דער נגיד,

ריש – רעטעך הריזעט דער אָרעמאַן.

שין – שערעשווסקיס פּאַפּיראָסן רייכערט דער נגיד,

תיו – תּוטין מאַכאָרקע פּיפּקעט דער אָרעמאַן...

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408069

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©