לאָמיר אַלע זינגען אַ זמרל

יוסף רומשינסקי [1881-1956]

רעפֿריין:

לאָמיר אַלע זינגען, לאָמיר אַלע זינגען

אַ זמרל, אַ זמרל:

לחם איז ברויט, בשר ודגים

וכל מטעמים.

 

- זאָג זשע מיר, טאַטעניו,

 וואָס איז לחם?

- בייַ די גרויסע נגידים  איז לחם אַ פֿרישינקע בולקעלע,

אָבער בייַ אונדז קבצנים, אוי דלפֿנים,

איז לחם אַ דאַרע סקאָרינקע, נעבעך.

 

רעפֿריין:

לאָמיר אַלע זינגען...

 

זאָג זשע מיר  טאַטעניו
וואָס איז בשר ?

בייַ די גרויסע גבירים איז בשר - אַ  געבראָטענע קאַטשקעלע ;

אָבער בייַ אונדז קבצנים, אוי דלפֿנים,

איז בשר  אַ דאַרע קישקעלע, נעבעך.

רעפֿריין:

לאָמיר אַלע זינגען...

 

זאָג זשע מיר טאַטעניו,

וואָס איז דגים?

- בייַ  די גרויסע נגידים איז  דגים אַ  לעבעדיק העכטעלע;

אָבער בייַ אונדז, קבצנים, אוי, דלפֿנים,

איז דגים אַ פֿאַרפֿוילטער הערינג, נעבעך.

[בנוסח אחר: איז דגים אַ אויסגעווייקטער הערינג, נעבעך.

 

רעפֿריין:

לאָמיר אַלע זינגען...

 

זאָג זשע מיר,טאַטעניו,

וואָס איז מטעמים?

- בייַ די גרויסע גבירים איז מטעמים -  קאָמפּאָט.

אָבער בייַ אונדז קבצנים, אוי, דלפֿנים,

איז מטעמים - געהאַקטע צרות, נעבעך.  

 

רעפֿריין:

לאַמיר אַלע זינגענן...

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407990

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©