שבֿועות

אויף דעם סיני, אויף דעם אַלטן,
ליגט אַן אוצר לאַנג בּאַהאַלטן.
דער באַרג אין פֿייַער און אין רויך,
משהן רופֿט מען אין דער הויך.
תּורה לי, אורה לי.

זעט דאָס גאַנצע פֿאָלק צוזאַמען :
משה שטייַגט אין רויך און פֿלאַמען.
- אונדזער לערער און באַפֿרייַער,
זאָג, וואָס גייסטו אין דעם פֿייַער?
תּורה לי, אורה לי.

קינדער מייַנע, האָט ניט מורא,
כ'ברענג פֿון סיני אייַך די תּורה.
און גאָט האָט משהן דאָרט געגעבן
אונדזער תּורה, אייביק לעבן.
תורה לי, אורה לי.

 

 

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408287

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©