פּאַפּיראָסן

 

הרמן יאבלוקופ [Herman Yablokoff 1903-1981 ]

למרות שהשיר נכתב ב-1922 הוא מקושר עם שירי גטו ועוני.

 

אַקאַלטע נאַכט, אַ נעפּלדיק, פֿינצטער אומעטום,

שטייט אַ ייִנגעלע פֿאַרטרויערט און קוקט זיך אַרום,

פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט,

אַ קאָשיקל האַלט ער אין האַנט

און זייַנע אויגן בעטן יעדן שטום:

-         איך האָב שוין ניט קיין כּוח

מער אַרומצוגיין אין גאַס,

הונגעריק און אָפּגעריסן, פֿון דעם רעגן נאַס,

איך שלעפּ אַרום זיך פֿון באַגינען,

קיינער גיט ניט צו פֿאַרדינען –

אַלע לאַכן, מאַכן פֿון מיר שפּאַס.

 

רעפֿריין:

קופּיטיע, קויפֿט זשע, קויפֿט זשע פּאַפּראָסן,

טרוקענע פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן,

קויפֿט זשע, ביליק בנאמנות,

קויפֿט און האָט אויף מיר רחמנות,

ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד.

 

קופּיטיע, קויפֿט זשע שוועבעלעך אַנטיקן,

דערמיט וועט איר אַ יתומל דערקוויקן,

אומזיסט מייַן שרייַען און מייַן לויפֿן,

ריינער וויל בייַ מיר ניט קויפֿן –

אויסגיין וועל איך מוזן ווי אַ הונט.

 

 

מייַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלוירן זייַנע הענט,

מייַן מאַמע האָט די צרות מער אויסהאַלטן ניט געקענט.

יונג אין קבר זי געטריבן,

בין איך אויף דער וועלט פֿאַרבליבן

אומגליקלעך און עלנט ווי אַ שטיין,

ברעקלעך קלייַב איך אויף צו עסן אויף דעם אַלטן מאַרק,

אַ האַרטע באַנק איז מייַן געלעגער אין דעם קאַלטן פּאַרק.

און דערצו די פּאָליציאַנטן

שלאָגן מיך מיט שווערדן, קאַנטן,

ס'העלפֿט ניט מייַן בעטן, מייַן געוויין.

 

 

איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל, אַ קינד פֿון דער נאַטור,

מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט האָט זי אַ גאַנצן יאָר,

מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער,

לייַכטער ווערן פֿלעגט דער הינגער [הונגער]

ווען איך פֿלעג אַ קוק טאָן נאָר אויף איר.

מיט אַ מאָל געוואָרן איז זי שוואַך און זייער קראַנק,

אויף מייַנע הענט געשטאָרבן איז זי,

אויף אַ גאַסבאַנק,

און אַז איך האָב זי פֿאַרלוירן,

האָב איך אַלץ שוין אָנגעוווירן.

זאָל דער טויט שוין קומען אויך צו מיר.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 409450

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©