די מלכה ושתי – " מגילה לידער"
 – איציק מאַנגער [ 1901-1969 ]

 די "מגילה לידער" זענען געוואָרן פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין וואַרשע אין יאָר 1936 

 

די מלכה זיצט אין בלויזן העמד –

דער גאָלדענער אינדערפֿרי

שטיפּט מיט אַ שטראַל אין אירע האָר

און לייגט אים איר איבער די קני.

 

פֿאַרשעמט זיך די מלכה און זי זאָגט:

,,אַוועק, דו עזותניק, דו!

גיי שטיף מיט מיינע דינסטן אין קיך,

נאָר די מלכה לאָז צו רו!''

 

נאָר דער שטראַל, ווייזט אויס, פֿאַרשטייט זי נישט,

איר לשון איז אים פֿרעמד,

אָט רייפֿלט ער זיך אַרום איר האַלדז,

אָט וואָיוועט ער אין איר העמד.

 

,,אַהי נאַ טעבע!'' – זי ציטערט אויף:

ווען ס'וואָלט זיך דערוווסט איר מאַן,

אַז זי, די מלכה, האָט געשטיפט

מיט אַ פּראָסטן  אונטערטאַן,

 

וואָלט ער... זי שרעקט זיך צו טראַכטן וואָס

און ווערט אַזש גרין און בלאַס:

אַ מאַן אַ שוטה און אַ שיכור דערצו

איז מסוכּן אין זייַן כּעס.

 

זי גייט צום שפּיגל צו. זי איז שיין.

אַן אַלטער גענעראַל

האָט ערשט זיך דערשאָסן צוליב איר

אין הויף פונעם אַרסענאַל.

 

,,אַ שיינע ריינע...'' דער עיקר, אויף היינט

איז די וועטשערע אָנגעגרייט:

יונגע לייטנאַנטס, באַלעט, מוזיק,

שאַמפּאַניער, געלעכטער, פרייד.

 

נאָר המן וועט זיצן אין דער היים,

זי האָט אים מסוכּן פיינט,

דעם זשוליק, דעם פּאַרוועני. זי פילט,

אַז ער איז איר נישט קיין פריינד.

 

,,זאָשיאַ!'' – דאָס קאַמערמיידל קומט –

,,דערלאַנג מיר דאָס שענסטע קלייד!''

און ושתי הערט נישט, ווי עפּעס אין איר

צעכליפּעט זיך שטילערהייט.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407976

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©