פֿאַרוואָס רייַכע און אָרימע רייכערן

 

[נפתלי גראָס : מעשהלעך און משלים, ז' 106 ]

 

אַ רבי איז אַמאָל געגאַנגען נאָך האַלבן טאָג שפּאַצירן מיט זיינע חסידים. ווי זיי גייען אַזוי, קומט אָן
אויפֿן וועג אַ טייַערע קאַרעטע, אויבנאָן אין דער קאַרעטע זיצט דער גביר און רייכערט.

אַז דער גביר האָט דערזען דעם רבי, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט, שמועסן אַביסל, פֿרעגט אים דער רבי:

,,דערקלער מיר, איך בעט דיך, צו וואָס טויג דאָס רייכערן?"

5   ענטפֿערט אים דער גביר: איר פֿאַרשטייט, רבי, אַמאָל נעמט מען בייַם עסן אַן איבעריקן ביסן, און מע פֿילט זיך אַביסל צו שווער, פֿאַררייכער איך מיר אַ ציגאַר, און דאָס מאַכט מיר אַביסל לייכטער."

ווי זיי רעדן אַזוי, קומט אָן אַן אָרימאַן, מיט אַ סיגאַרעטל אין מויל. שטעלט אים דער רבי אָפּ און פֿרעגט אים: ,, זאָג מיר, איך בעט דיך, צו וואָס רייערסטו?"

,,איר פֿאַרשטייט, רבי, אַמאָל דערעסט מען נישט אַ ביסן, פֿאַררייכער איך, און דאָס פֿילט אויס דעם נישט-דערעסענעם ביסן".

11  דער רבי דרייט זיך אויס צו די חסידים, הייבט אויף די אויגן צום הימל און זאָגט:,,רבונו של עולם! ווען דער רייכער וואָט געגעבן זייַן איבעריקן ביסן דעם אָרימאַן, וואָלטן זיי דאָך ביידע נישט געדאַרפֿט רייכערן".

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408056

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©