וואָס טויג מיר דער ווייַנגאָרטן?
וואָס טויג מיר דער ווייַנגאָרטן,
אַז פֿלאַנצן קען איך אים ניט?
וואָס טויג מיר אַ ליבע צו שפּילן,
אַז נעמען קענען מיר זיך ניט !
אוי-וויי, מאַמע, כ'וועל מער קיין ליבע ניט שפּילן,
כ'וועל מער בייַ זייַן טויער ניט שטיין:
ער האָט זיך באַרימט פֿאַר זייַנע חבֿרים,
אַז איך רוף אים און ער וויל ניט גיין!
אוי, פֿאַר וועמען עס איז ליכטיק די נאַכט,
פֿאַר מיר איז פֿינצטער דער טאָג:
אוי, פֿאַר וועמען ס'איז נחת און פֿרייד,
פֿאַר מיר איז אַ יאָמער און קלאָג !
Pearls of Yiddish song, p. 30-31