אין די ייִדישע געזונט־ און מעדיצין־זשורנאַלן פֿון אַמאָל קען מען אויך געפֿינען אַ שלל מאַטעריאַלן. דער פֿאָלקלאָריסט נ. ווייניג האָט אינעם זשורנאַל "סאָציאַלע מעדיצין" עטלעכע אַרטיקלען אויף דער טעמע פּובליקירט. אין זײַן קורצן עסיי "דאָס אַרויסטרײַבן די קראַנקייט אויף וויסטענישן" (געדרוקט דאָרטן אין 1935) האָט ווייניג געשטעלט פֿאַר זיך אַ ציל צו פֿאַרגלײַכן די גלייבעניש פֿון אָפּשפּרעכן אַן עין־הרע אין פֿאַרשיידענע קולטורן. ער האָט נישט נאָר גוט געקענט פּויליש און דעם פּוילישן פֿאָלקלאָר, נאָר אויך די פֿאַרגלײַכיקע פֿאָלקלאָריסטישע ליטעראַטור פֿון אַ סך פֿעלקער.

דער ייִוואָ־באַנד "ייִדישער פֿאָלקלאָר" (1938) פֿאַרמאָגט איינע פֿון די בעסטע זאַמלונגען פֿון סגולות בײַ ייִדן, און די געזאַמלטע מאַטעריאַלן דעקן אַ גרויסן שטח פֿון פּוילן און די שכנותדיקע לענדער. אַ פּיאָנערישע אַרבעט אין דעם פֿעלד האָט געשריבן א. סאָסנאָוויץ אינעם זשורנאַל "ייִדישע פֿילאָלאָגיע" (1924) וועגן פֿאָלקס־מעדיצין אין ווײַסרוסלאַנד.

ווי פֿריִער דערמאָנט, האָבן נישט נאָר אַלטע באָבעס געניצט פֿאָלקס־מעדיצין צו היילן מענטשן, נאָר אויך רבנים און רביים. אין דער טויזנט־יאָריקער "שאלות און תּשובֿות"־ליטעראַטור ליגט אַן אוצר פֿון דעם מין פֿאָלקלאָר. אין זײַן בוך "כּישוף־מאַכער, רעליגיעזע פֿירער און דאָקטוירים" [Magicians, Theologians and Doctors] האָט דער מחבר ה. זימלס דורכגעבלעטערט הונדערטער ספֿרים און געזאַמלט גאָר אינטערעסאַנטע מאַטעריאַלן.


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407990

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©