לעווין קיפּניס"אונטערן פֿייגנבוים " : אליהו הנביא'ס כּוסע, ז'39-40  

א

מירי אז אַ גוטע מיידלע,

מירי איז אַ גוטע תלמידה,

מירי איז אויך אַ גוטע העלפֿערקע אין הויז.

זי העלפֿט דער מאַמען אויפֿראַמען דאָס צימער,

זי העלפֿט דער מאַמען גרייטן צום טיש,

זי העלפֿט דער מאַמען וואַשן און ווישן.

 

ב

ערב פסח האָט דער פֿאָטער אַראָפּגענומען פֿונעם בוידעם די פסחדיקע כלים:

טעפּעך און פֿענדלעך,

שיסלען און טעלערס,

לעפֿל,  גאָפּל און מעסער,

און גלעזער און כוסעלעך.

די כוסעלעך זענען געווען פֿאַרביק געמאָלט, און איין גרויסע כוסע איז געווען פֿון געשליפֿן גלאָז, זי האָט געבליאַסקעט ווי קרישטאָל.

אויף איר איז געווען אויסגעקריצט מיט גילדענע אותיות:

לשנה הבאה בירושלים

דאָס איז געווען אליהו הנביא'ס כוסע.

 

ג

רופֿט זיך אָן מירי צו איר מאַמען:

-         דו, מאמע, וואַש און וויש די גרויסע כלים: די טעפּלעך מיט די פֿענדלעך,די

שיסלען מיט די טעלערס,
די לעפֿל-גאָפּל-מעסער. און איך וועל ריין מאַכן די גלעזער
מיט די כּוסעלעך. - גוט! – שטימט אייַן די מאמע ; זי ווייסט אַז מירי מאַכט אַלץ גוט אוין פֿייַן. דאָך וואָרנט זי:

-         אָבער, מירלע, זייַ פֿאָרזיכטיק, טאָמער צעברעכסטו אַ גלאָז -  צעשניידסטו דייַנע הענט!

לאַכט מירי :

-         כ'האָב דען שוין אַ מאָל צעבראָכן אַ גלאָז, מאַמעלע ?...

 

ד

די מאַָמע האָט געענדיקט ריין מאַכן דאָס גרויסע געשיר און איז אַרויס פּֿון קיך.

מירי האָט זיך געשטעלט אַרבעטן. זי האָט אויסגעוואַשן גוט-גוט דאָס גלאָזוואַרג מיט וואָסער, און גענומען ווישן מיטן האַנטעך. זי ווישט פֿאָרזיכטיק אַ גלאָז נאָך אַ גלאָז, אַ כּוסע מאַכט זי צו לעצט: זי ווישט איין מאָל נאָך אַ מאָל, און ווידער אַ מאָל – כדי זי זאָל  גלאַנצן ווי קרישטאָל.

און ווי זי ווישט, פּלוצעם:

בריך-בראָך! פּליץ-פּלאָץ!...

 

ה

די כוסע האָט געפּלאַצט אין האַנט, און איז צעבראָכן געוואָרן אויף צווייען - - -

אויך אַ טראָפּן בלוט האָט זיך באַוויזן אויף איין פֿינגער.

מירי האָט זיך שטאַרק דערשראָקן און איז אַנטלאָפֿן פֿון שטוב, און די צווי שטיקלעך גלאָז בייַ איר אין האַנט. זי איז אַרייַן אין גאָרטן,זיך פֿארשטעקט אין אַ ווינקל און ביטער געווינט.

זי האָט געוויינט און געוויינט, ביז בי איז אייַנגעשלאָפֿן.

די צוויי טיילן פֿון דער צעבראָכענע כּוסע ליגן לעבן איר אויפֿן גראָז, זיי גלאַנצן קעגן דער זון ווי די טרערן אויף מירי'ס פֿאַרוויינטע בעקעלעך.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408804

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©