דער קוגל

 

מייַן באָבע האָט אין שיסל

מעל אַרייַנגעשאָטן,

מייַן באָבע האָט אין שיסל

אַ טייג זיך אויסגעקנאָטן.

געמאַכט דערפֿון אַ בלאַט אַ דינעם,

מיט אירע פֿלינקע הענט.

 

אָ, זי מוז צוגרייטן די לאָקשן,

ווייַל דער אויוון ברענט.

שנייַדט זי מיט שאַרפֿן מעסער

דעם בלאַט אויף שטיקלעך דינע,

עס ברענט איר אונטער די הענט,

געהאַט האָט זי אין זינען דאָך

די לאָקשן, וואָס זי האָט איצט

אויפֿן לאָקשן-ברעט געמאַכט,

זי האָט דאָך וועגן שבת-קוגל

אַ גאַנצע וואָך געטראַכט,

זי בריט זיי אָפּ

מיט שמאַלץ, מיט ציבל

אין ליים-טעפּל זי טוט זיי אַרייַן,

גיט ראָזשינקעס צו און צוקער,

גיסט צו אַ ביסל ווייַן

און שטעלט אין אויוון באַלד אַרייַן

און שבת וועט אַ קוגל,

אַ קוגעלע זייַן.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407229

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©