לופֿט-בּיכּורים

לעווין קיפּניס "אונטערן פֿייגנבוים", ז' 98

 

ג.

 

פֿאַרן  אָפּפֿאָרן קומט זמירה אין שול זיך געזעגענען מיט דער לערערין,

מיט אירע חברטעס,און מיט אַלע קינדער פֿון איר קלאַס.

- איך וועל אייַך שרייַבן בריוו פֿונעם נייַעם לאַנד!-זאָגט זי זיי צו.

אויך די לערערין זאָגט איר צו צו ענטפֿערן אויף אירע בריוו און אַרויסשריַיבן פֿון אַלץ וואַס עס וועט זיך טאָן אין קלאַס.

די קאָרעספּאָנדענץ צווישן זיי האָט אָנגעהאַלטן: די קלאַס-קינדער האָבן געשריבן זמירהן און דערציילט ווי אַזוי זיי האָבן אָפּגעריכט דעם

''סדר'' אין שול, און ווי אַזוי זיי האָבן געפֿייַערט דעם ''חג-העצמאות''.

אויך זמירה האָט זיי דערציילט אין אירע בריוו, אַז זי לערנט דאָרט אין אַ שול, ספּעציעל פֿאַר די ישראל-קינדער. זיי האָבן אויך געפּראַוועט אַ שיינעם ''סדר'' און געפֿייַערט שיין דעם ''חג –העצמאות''.

זי האָט אויך ביַיגעלייט שיינע בילדער. זמירה האָט ניט פֿאַרגעסן שריַיבן פֿון איר איר גאָרטנדל, ווי עס צעבליט זיך זייער גוט, און אין גיכן וועט זי האָבן אייגענע גרינסן.

ביז וואָס, ביז ווען - אָט-אָט קומט אָן דער יום-טוב ''שבועות''.

קומט זמירה און פֿאָדערט פֿון אירע עלטערן:

- איך וויל פֿאָרן קיַין ישראל! איך וויל ברענגען מיַינע בּיכּורים צוזאַמען מיט מיינע שול-חברים!

- מיר וועלן דיך ניט שיקן איינע אַליין מיטן עראָפּלאַן קיַין ישראל-

ענטפֿערט איר דער פֿאָטער.

- איר קענט אויך פֿאָרן מיט מיר!-לייגט פֿאָר זמירה.

- אַ שיינעם דאַנק!- שמייכלט דער פֿאָטער - אָבער מיר קענען ניט פֿאָרן: נישט איך און אויך נישט די מאַמע - מיר זענען שטאַרק פֿאַרנומען.

זמירה בלייַבט זיצן שטאַרק טרויעריק. טרערן באַווייַזן זיך אין אירע אויגן.


 

אויך טאַטע-מאַמע זיצן פֿאַרקלעמט, קוקן זיך אָן שווייַגנדיק.

צולעצט רופֿט זיך אָפּ די מוטער:

- זמירה קען טאַקע אַליין ניט פֿאָרן, אָבער זי קען דאָך שיקן מיטן עראָפּלאַן אירע ביכּורים קייַן ישראל!

-                   אַ גוטער איַינפֿאַל!-זאָגט דער פֿאָטער צופֿרידן.

-                   טאַקע אַ גוטער אייַינפֿאַל!- לאַכט זמירה און קושט די מאַמען.

                             * * *

לופֿט-בּיכּורים

לעווין קיפּניס "אונטערן פֿייגנבוים", ז' 99

 

ד.

 

קיַין סך ציַיט איז שוין ניט געווען. אין אַ פּאָר טעג אַרום פֿאַלט שוין אויס שבועות. אייַלט זיך זמירה, כאַפּט אַ געפֿלאָכטענעם קויש, לויפֿט צו איר גאָרטנדל און רייַסט אויס געקליבענע גרינינקע אוגערקעלעך, אויסגעציינכטע רויטינקע טאָמאַטעלעך. געלינקע מייערלעך, ראָזע רעטעכלעך, פֿילט אָן דעם קויש, באַפּוצט אים מיט מאַרגאַריטקעלעך-בלומען, פֿאַרשנירעוועט מיט אַ בלויער סטענגע, און מאָלט אויס אויף אים מיט גרויסע אותיות דאָס וואָרט ''בּיכּורים'' און שרייַבט אונטער איר נאָמען.

אַלע דריַי, זמירה מיט אירע עלטערן, פֿאָרן צום פֿלי-פּלאַץ, גיבן איבער דעם קויש צו איבערשיקן אים גלייַך קייַן ישראל.

- מאָרגן וועט דער קויש זיַין אין ישראל - פֿאַרזיכערט דער באַאַמטער.

דער קויש איז אָנגעקומען פּינקטלעך אין ציַיט.


 

ס'איז געווען ערב שבועות. אַלע קינדער-שולן האָבן זיך געגרייט צו דער גרויסער פֿייַערונג פֿון ברענגען די ביכּורים.

אויך די קינדער פֿון זמיהרס קלאַס האָבן זיך געגרייט צום פּאַראַד.

אַלע זענען געווען אָנגעטאָן בלוי-ווייַס, מיט קרענץ אויף די קעפּ און קוישן ביכּורים אין די העט.

פּונקט קומט אָן דער שליח פֿון פֿלי-פּלאַץ און ברענגט זמיהרס קויש מיט ביכּורים.

איז דאָס געווען אַן איברראַשונג!

פֿריילעך האָבן די קינדער אָנגעהויבן מאַרשירן. פֿאָראויס זענען געגאַנגען צוויי יינגלעך, געטראָגן זמירהס קויש, און נאָך זיי - אַ לאַנגע שערענגע פֿון קינדער, אָנגעלאָדן מיט ביכּורים.

די מוזיק האָט געשפּילט, די קינדער האָבן געזונגען "סלינו" און אַוועקגעלייגט די ביכּורים אויף אַ גרויסער בימה.

אויבן-אָן האָט באַשייַנט זמיהרס אויסגעפּוצטער קויש מיט די שיינע

ביכּורים.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407326

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©