שמחת – תּורה

פֿריילעך, קינדער, האָט ניט מורא,

טאַנצט, עס איז הייַנט שמחת-תּורה.

ייִדן טאַנצן מיט דער תּורה,

ס'איז די שענסטע, בּעסטע סחורה.

 

משה האָט זי אונדז געגעבּן

פֿאַר אַ שייענם, ריינעם לעבּן.

תּורה ליכט איז, תּורה-אורה,

הייַנט איז יום-טובֿ, שמחת-תּורה

 

הייבּט זשע, קינדער, אויף די פֿאָן,

נעמט מיך אויך אַרייַן אין קאָן.

שיין און פֿריילעך, אין די מאַסן,

זינגט און לאָזט זיך אין די גאַסן.

 

זאָגט אָן אַלע, שטאָלץ, אָן מורא,

ס'איז בּייַ ייִדן שמחת-תּורה.

אונדזער תּורה הייַנט מיר לויבּן,

ווייַל זי האָט דעם מענטש דערהויבּן.

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407339

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©