אַרבעטער
מ. געלבאַרט
ס'אַרבעט דאָך יעדער,
ס'דרייען די רעדער,
הענט העלפֿן צו:
ס'קלאַפּן מאַשינען,
וועבן און שפּינען:
טו-טו-טו-טו!
סטאָלער קאָן מכאַן,
הילצערנע זאַכן-
אַלמער און טישן:
הובלען און זעגן,
ברעטער מיט ברעגן:
ציש-ציש-ציש-ציש!
שנייַדער קאָן ניען,
שטעפּן און דרייען
גיך די מאַשין:
מענטשישע קליידער
שטעפּן כסדר:
דזין-דזין-דזין-דזין.
שוסטער קאָן מאַכן
לעדערנע זאַכן-
שוכוואַרג אַ סאַך:
האַמערן ברעקלעך,
טשוועקלעך און פלעקלעך:
טאַך- טאַך- טאַך- טאַך!
שלאָסער קאָן ווייזן,
שטאָל, מעש און אייזן
ווי מיטן קוק –
בויגן און גיסן,
ברעכן און שליסן:
הוק-הוק-הוק-הוק!