עס קומט אַ נייַ יאָר
טרו ! טרו ! בלאָזט אַצינד דער שופֿר
און זייַן קול איז קלאָר,
רופֿן רופֿט ער איצט אָן אויפֿהער,
רופֿט דאָס נייַע יאָר.
קומט דאָס יאָר אַרויס פֿון לוח,
נייַ און פֿריש און ריין,
וואָס מען הייסט מיך – זאָגט עס – טו איך !
און עס לאָזט זיך גיין.
דורכגעגאַנגען ראש-השנה
ערשטע נייַע טעג.
נאָך יום-כיפור גייט עס ווייַטער
ווייַטער אויפֿן וועג.
גייט דאָס יאָר אַזוי אָן מורא,
קומט אין סוכּה אָן,
און פֿון סוכּה צו דער תּורה
פֿירט אים אונדזער פֿאָן.
ווערט אַ רעדל, אַלע טאַנצן,
זינגען : אייַ ! אייַ ! אייַ !
אַלע זינגען, אַלע טאַנצן :
לעבן איז כּדאי !
* * *
לשנה טובה תּכתבו
לשנה טובה תּכתבו
אַלע, אַלע, ווו איר זייַט !
לשנה טובה תּכתבו
סייַ פֿון נאָענט, סייַ פֿון ווייַט !