דער שלייַפֿער

 

שלייף, שלייַפֿער !

שלייף, שלייַפֿער !

 

 

איין פֿוס שטייט,

איין פֿוס גייט.

און דער רימען

דרייט און דרייט.

 

שאַרפֿשטיין דרייט זיך,

פֿונקען טאַנצן,

ס'הייבט דער מעסער

אָן צו גלאַנצן.

 

שלייף, שלייַפֿער

שאָב, רייַב !

רייב דעם מעסער

אָפּ דאָס לייַב !

 

האַלט דעם מעסער

בעסער, שטייַפֿער !

 

שאָָב דעם מעסער

אָפּ  די זייַטן :

זאָל דער מעסער

בעסער שנייַדן.

 

שניצן,

קריצן,

וואָס איך וויל,

קריצן,

שניצן

וואָס איך דאַרף !

שוין,

שוין

שאַרף !

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407343

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©