אַכט קליינע בּרידער
אַכט קליינע ברידער
פֿון אַ גרויסן פֿלאַם
זינגען שטומע לידער
פֿון אַ בראַווען שטאַם
פֿון אַ שטאַם פֿון קריגער
מוטיק און געטרייַ
און פֿון שטאָלצע זיגער
איבער שקלאַפֿערייַ
אַכט שטומע עדות
אייַער ליכט דערמאָנט
אין די עלטערזיידעס
פֿון אַ ווייַטן לאַנד.