אַרבעט
מיכל געלבאַרט
מיטן זעגעלע : זעג, זעג, זעג !
מיטן העמערל : קלאַפּ, קלאַפּ, קלאַפּ !
מיטן הובלע : הוב, הוב, הוב.
בויען קינדערלעך זיך אַ שטוב.
פּאַטשן הענטלעך : פּאַטש, פּאַטש, פּאַטש !
טופּן פֿיסלעך : טופּ, טופּ, טופ !
פּאַטשן הענטלעך טופּן פֿיס
אַרבעט מאַכט דאָס לעבן זיס.