דער אַלטער שניידער דאָדל / א.אויערבאַך 

דער אַלטער שניידער דאָדל

פֿאַרלירט די שאַרפֿע נאָדל.

מיט וואָס זשע וועט ער נייען

אַ קליידעלע פֿאַר לאהן ?

 

ער טוט אָן די שפּאַקולן

און שרייט: - "הערט אויף צו דולן.

איך זוך שוין פֿון באַגינען

און קען זי נישט געפֿינען."

 

- "דו אַלטער שניידער דאָדל,

דו האַלטסט אין לאַץ די נאָדל,

אַצינד קענסטו שוין נייען

אַ קליידעלע פֿאַר לאהן".

 

דער אַלטער שניידער דאָדל

צעזינגט זיך – טי-ראַ-ראָדל.

אַ שניידערל אַ זינגער

צעשטעכט זיך באַלד דעם פֿינגער.

 

איז אויס שוין מיטן נייען

אַ קליידעלע פֿאַר לאהן.

דער אַלטער שניידער דאָדל

צעברעכט פֿאַר כּעס די נאָדל.

 

דער שניידער מאַכט געשרייען

אויף מאַמען און אויף לאהן.

מיט לאַפּקעס שלעפּט דאָם קעצל

דעם פֿאָדעם פֿונעם קלעצל.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408046

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©