שׂימחת־תּורה (פֿראַגמענט)

פֿון ש. פֿרוג

"שׂימחת תּורה — האָפּעניו!

מיטן פֿוס אַ קלאָפּעניו,

מיטן צונג אַ קנאַקעלע —

אין און האַרץ אַ מכּהלע"

(אַן אַלט פֿאָלקסלידל)

פֿריילעך און פֿריש

זעצט זיך צום טיש,

מאַכט סעודת־מלך,

קוויקט זיך און טרינקט,

ייִדעלעך, זינגט

לעבעדיק, פֿריילעך!

אָן וואָג און אָן אַ מאָס

אַ כּוס נאָך אַ כּוס —

האָט ניט קיין מורא,

קוויקט זיך און טרינקט.

ייִדעלעך זינגט

לכּבֿוד התּורה!...

אַך, ייִדישע שׂימחות

און ייִדישע לידער!

זאָגט, זאָגט מיר, איך בעט אײַך,

ערקלערט דאָס מיר ברידער:

פֿאַר וואָס ווערט פֿון זיי אַזוי שווער?

דאָס האַרץ ווערט פֿאַרקלעמט,

דער קאָפּ ווערט געבויגן,

און אָפֿט גאָר ניט ווילנדיק

טריפֿט פֿון די אויגן

אַ הייסע, אַ ביטערע טרער?...

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407971

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©