דער שיכפּוצער
מאַני לייב
כ'פּוץ די שיך. איך פּוץ די שיך !
שטעל אַרויף דייַן פֿוס דאָ גיך.
אָט איך גיב אַ נעם צו ערשט
און אַ רייַב די שיך מיט בערשט.
טאַנצן בערשט אַהין, אַהער –
איז קיין שטויב נישטאָ שוין מער.
איצט מיט פּאַסטע איינגעשמירט
און מיט וואַקס אַדורכגעפֿירט.
און געבאַרשט זיי פֿון דאָס נייַ.
ווערן שיך ווי שפּאָגל נייַ
איצטער נעם איך יעדן שוך,
פּוץ אַרום נאָך מיט אַ טוך.
זעסט אַ גלאַנץ ? עס בליצט און בלענדט !
איצט מייַן הער. אַהער צען סענט !