פורים אין תל-אביב

 

חיים האָט געלעבט מיט זייַןַ ווייַב און קינדער אין אַ דאָרף ניט ווייַט פֿון תל-אביב .
יעדן טאָג האָט ער געפֿירט זאַמד פֿאַר די ניַיַע הייַזער וואָס מען האָט געבויט אין שטאָט .

ער אַליין האָט געריטן אויף זייַן אייזל און אויף אַ שטריק האָט ער נאָכגעפֿירט זייַן קעמל .
 אויפֿן קעמלס רוקן פֿון ביידע זייַטן זייַנען געווען אָנגעהאַנגען צוויי קאַסטנט זאַמד .

פּורים אין דער פֿרי האָט חיים אָפּגעמאַכט מיט זייַן ווייַב און קינדער אַרייַנצופֿאָרן קיין ירושלים און דאָרט
פֿאַרברענגען דעם יום-טוב צווישן אייגענע און פֿרייַנט. 

האָט חיים אָנגעזאָטלט זייַן אייזל, פֿאַרשפּרייט דעם קעמלס האָרב מיט אַ טעפּיך און אַנגעהאַנגען גלעקלעך
אויף זייַן האַלדז, און געזאָגט :

         מיר וועלן אַריַינפֿאָרן קיין ירושלים מיט פֿרייד און געזאָנג, אין איין וועג וועלן מיר שוין דאָרט אויך הערן לייענען
די די מ ג י ל ה .

חיימס ווייַב האָט דערווייַל אויסגעמעלקט די ציג און איז אַרייַן אין הויז צוצוגרייטן עסן אויפֿן וועג.
די קינדער האָבן זיך געשפּילט אין הויף . דערהערט אַז מע גרייט זיך אין וועג אַרייַן,

האָבן זיי פֿאַרפּוצט די ציג מיט אַ פורימדיק מיצל אויפֿן קאָפּ. דעם הונט האָבן זיי אָנגעהאַנגען
אַ פּייקל אויף דער זייַט און דער קאַץ האָבן זיי אויסגעבונדן אַ שניפּס אויפֿן האַלדז.

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 408797

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©