אין מאַרק

 

מערעלע גייט מיט דער מאַמען אין מאַרק אַריין איינקויפֿן עסנוואַרג.

דער מאַרק איז פֿול געפּאַקט מיט מענטשן.

ס'איז אַ טומל, אַ געשריי.

דאָ  מעסט מען קאַרטאָפֿל, דאָ  וועגט מען ציבעלע, דאָרטן וויל אַ פּויער איבערשיטן אוגערקעס פֿון אַ זאַק אין  אַ קאָרב אַריין, אָבער די אוגערקעס שיטן זיך פֿאַרבייַ און צעקייקלען זיך איבער דער ערד.

אָט שטייען עטלעכע ווייַבער אַרום אַ וואָגן און דינגען בייַ אַ פּויער אייער.

אַ ביסל ווייַטער שטייט אַ יידענע און קלאָגט: זי האָט אָקאָרשט פאַרלאָרן איר געלט. אַרום איר איז אַ רעדל.

מערעלעס מאַמע גייט פֿון טיש צום טיש און דינגט זיך און קויפֿט אַלעליי גרינסן.

מערעלע האַלט די מאַמען בייַ דער האַנט. זי שרעקט זיך, זי זאָל די מאַמען ניט פֿאַרלירן.

 איינגעקויפֿט די גרינסן, גייט די מאַמע אַוועק אַ ביסל אָן אַ זייט קויפֿן פֿרוכט.

סאַך אַ שיינע עפּל דאָ ליגן! גאַנצע קופּעס באַרן אַך , ווי גוט!

 

 

 


        מילון יידי-עברי
       חומר לימודי 
תרגול
משחקים
שירים
יצירות
סימני ניקוד
    חג והווי יהודי
משוררים וסופרים
        פרויקטי גמר
קישורים
כתבו לנו
ידיש:ד"ר שושנה דומינסקי
מונה כניסות: 407873

תכנות: דודי זוהר 2006 אוּרי הרדוף 2009 גד אבן חיים 2017-2016
כל הזכויות שמורות ©