צען ברידער
צען ברידער זייַנען מיר געוועזן
האָבן מיר געהאַנדלט מיט לייַן.
איינער איז געשטאָרבן,
זייַנען מיר געבליבן נייַן.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
נייַן ברידער זייַנען מיר געוועזן,
האָבן מיר געהאַנדלט מיט פּראַכט
איינער איז געשטאָרבן
זייַנען מיר געבליבן אַכט.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
אַכט ברידער זייַנען מיר געוועזן
האָבן מיר געהאַנדלט מיט ריבן,
איינער איז געשטאָרבן
זייַנען מיר געבליבן זיבן.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
זיבן ברידער זייַנען מיר געוועזן
האָבן מיר געהאַנדלט מיט געבעקס,
איינער איז געשטאָרבן
זייַנען מיר געבליבן זעקס.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
זעקס ברידער זייַנען מיר געוועזן
האָבן מיר געהאַנדלט מיט שטרימף,
איינער איז געשטאָרבן
זייַנען מיר געבליבן פֿינף.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
פֿינף ברידער זייַנען מיר געוועזן
האָבן מיר געהאַנדלט מיט ביר,
איינער איז געשטאָרבן
זייַנען מיר געבליבן פֿיר.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
פֿיר ברידער זייַנען מיר געוועזן
האָבן מיר געהאַנדלט מיט בלייַ,
איינער איז געשטאָרבן
זייַנען מיר געבליבן דרייַ.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
דרייַ ברידער זייַנען מיר געוועזן
האָבן מיר געהאַנדלט מיט היי,
איינער איז געשטאָרבן
זייַנען מיר געבליבן צוויי.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
צוויי ברידער זייַנען מיר געוועזן
האָבן מיר געהאַנדלט מיט ביינער,
איינער איז געשטאָרבן
זייַנען מיר געבליבן איינער.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!
איין ברודער בין איך געוועזן
האָב איך געהאַנדלט מיט שטיינער,
בין איך געשטאָרבן
איז געבליבן געבליבן קיינער.
אוי ! שמערל מיט דעם פֿידל
טביה מיטן באַס,
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן גאַס!
אוי-אוי-אוי, אוי-אוי-אוי
שפּילט זשע מיר אַ לידל
אויפֿן מיטן גאַס!